אויטאריטעטן אין די אמעריקאנער אינזל אין די פאסיפישע ים האוואי האבן אנגעהויבן א פראגראם צו אינפארמירן די איינוואוינער וויאזוי צו רעאגירן אין פאל פון א נוקלעארע אטאקע, דאס קומט אין ליכט פון די אנגייענדע מיסיל פראגראם פון נארט קארעא און די פאקט אז האוואי איז א נאנטע אמעריקאנער טעראראטאריע, 7,500 קילאמעטער אוועק פון נארט קארעא. און דינט נאטורליך אלס א ציהל פאר די רעזשים פון נארט קארעא, די ארטיגע אגענטורן ארבייטן אויף א פלאן וויאזוי צו רעאגירן צו די ווייטע מעגליכקייט אז די אינזל ווערט באטראפן פון א נוקלאערע מיסיל און ארבייט אויף א פראגראם צו אינפארמירן די פאבליק וועלכע שריט צו נעמען צו פארמינערן די שאדנס, דער הויפט פון די עמערדשענסי רעספאנס גרופע אין האוואי האט אין א סטעיטמענט פארזיכערט די איינוואוינער אז עס איז נישטא קיין ספעציפישע זארג איבער א נאנטע אטאקע און די צוגרייטונגען זענען בלויז א מיטל צו זיין געווארנט און פארזיכערט אויף יעדע מעגליכקייט, אינאיינעם מיט די פראגראם וועט די סטעיט באנייען אן אלארם סיסטעם פאר אזא פאל און עס וועט זיין גרייט אין נאוועמבער. אין די לעצטע פראבע האט נארט קארעא באווייזן צו שיסן א באליסטישע מיסיל פאר 3,500 מייל ארום האלב פון די שטרעקע וואס פאדערט זיך ביז אלאסקע, אבער עס איז מעגליך אז זיי האבן אויך מיסילס פאר ווייטערע שטרעקעס.

בילד: אויטאריטעטן אין האוואי גרייטן אן איינוואוינער פאר נוקלעארע קאטעסטראפע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל