רייזע פירמעס וועלכע ארגאניזירן אויספלוגן קיין נארט קארעא זענען איינגעמאלדן געווארן אז אמעריקע גרייט זיך צו ארויפלייגן א גענצליכע פארבאט פאר אמעריקאנער בירגער צו באזוכן אין נארט קארעא, דאס קומט נאכדעם וואס דאס יאר אליין זענען 3 אמעריקאנער בירגער ארעסטירט געווארן דארט אויף לעכערליכע קלאגעס און די ארטיגע רעזשים נוצט די אמעריקאנער בירגער צו באשטראפן און סטראשען אמעריקע, און ספעציעל נאך די טראגישע אינצידענט פון אטטא ווערמביער וועלכער איז צוריקגעקומען פון דארט באוואוסטלאז און איז געשטארבן נאך עטליכע טעג, און עס ווערט געגלויבט אז ער איז אריבער שווערע פייניגונגען אין די ארטיגע טורמעס.

די פארבאט וועט אפיציעל געמאלדן ווערן יולי 27 און וועט אריינגיין אין עפעקט מיט א חודש שפעטער. אזוי אויך האט די שוועדישע אמבאסאדע אין נארט קארעא געבעטן אלע אמעריקאנער בירגער וועלכע געפונען זיך אין לאנד צו פארלאזן, די שוועדישע אמבאסאדע טוט אויספירן די אפיציעלע פליכטן פאר אמעריקע וועלכע האט נישט קיין דיפלאמאטישע באציאונגען מיט נארט קארעא.

בילד: אמעריקע וועט ארויפשטעלן א רייזע פארבאט קיין נארט קארעא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל