הונדערטער זענען פארוואונדעט געווארן און עטליכע זענען אומגעקומען ווען א גאר מאכטפולע ערדציטערניש האט באטראפן עטליכע שטעט אין טערקיי און גריכנלאנד, די צענטער פון די ערדציטערניש איז געווען אויף די גריכישע אינזל קאס, א רעזארט אינזל וואס ציהט טויזנטער טוריסטן פון איבער די וועלט, די ארטיגע אויטאריטעטן האבן באריכטעט אז איין טוריסט פון שוועדן און איינער פון טערקיי זענען אומגעקומען און נאך 5 זענען קריטיש פארוואונדעט, אזוי אויך האבן די אויטאריטעטן אין טערקיי געמאלדן איבער 70 טוריסטן וועלכע האבן געדארפט צוקומען צו מעדיצינישע באהאנדלונג אין די טערקישע רעזארט שטאט בארדאם נאכדעם וואס די ערדציטערניש האט פאראורזאכט דארט א לייכטע צונאמי. די צאל פארוואונדעטע אלס אינאיינעם ווערט דערווייל געשאצט ביי ארום 400 און אזוי אויך האט עס פאראורזאכט שווערע פינאנציעלע שאדנס פאר די רעזארט ערטער.

בילד: מאכטפולע ערדציטערניש באטרעפט טערקיי און גריכנלאנד



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל