דער ווייסע הויז פרעסע סעקערטאר שאן ספייסער האט היינט רעזיגנירט פון זיין אמט נאכדעם וואס אנטאני סקאראמוטשי איז אויפגענומען געווארן אלס קאמיוניקאציע דירעקטאר פון ווייסן הויז, א פאזיציע וועלכע שטייט ליידיג זינט די ענדע פון מאי ווען דער פריערדיגער דירעקטאר מייק דובקע האט זיך אפגעזאגט פון זיין פאזיציע, סקאראמוטשי איז לאנג יערגיער פריינט פאר׳ן פרעזידענט וועלכער איז א וואל סטריט ביזנעסמאן האט קיינמאל פריער נישט געהאלטן קיין פאליטישע אמט, אבער האט ערפארונג אין די וועלט פון מידיע און איז פולע מאל ערשינען אויף טעלוויזיע צו פארטיידיגן און קאמפיינען פאר׳ן פרעזידענט.

פרעזידענט טראמפ האט געמאכט די אויסוואל צו נעמען איינעם אין וועמען ער האט פערזענליכע צוטרוי נאכדעם וואס ער האט עטליכע מאל לעצטנס אויסגעדריקט זיין אנטוישונג איבער זיין אייגענע שטאב וועלכע קומען פון די וואשינגטאן פאליטישע קלאס. דער פרעסע סעקערטאר שאן ספייסער וועלכער האט זיך קעגנשטעלט די נאמינאציע האט רעזיגנירט וויבאלד ער וועט נישט קענען ארבייטן אינאיינעם מיט סקאראמוטשי. ער האט אנטזאגט א פערזעליכע ביטע פונעם פרעזידעט צו בלייבן אויף די פאזיציע זאגנדיג אז דער פרעזידענט מאכט א שרעקליכע טעות מיט די יעצטיגע נאמינאציע.

בילד: ווייסע הויז נעמט אויף נייע קאמיוניקאציע דירעקטאר, ספייסער רעזיגנירט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל