די שטאב פון אדוואקאטן וועלכע דער פרעזידענט האט אויפגענומען זיך צו ספראווען מיט זיין לעגאלע קאמפ קעגן די וועלכע באשולדיגן אים אין קאלאבעראציע מיט רוסלאנד טוען באטראכטן פארשידענע לעגאלע מעגליכקייטן צו ענדיגן די אויספארשונג איבער די גאנצע סקאנדאל און אוועקנעמען די אויטאריטעט פונעם ספעציעלן אויספארשער ראבערט מיולער, צווישן אנדערע זוכן זיי צו אויפווייזן אז מיולער איז נישט אומפארטייאיש און אז ער האט פערזענליכע אינטערעסן אינעם אויספארשונג, זיי טוען אויך באטראכטן די לעגאלע מעגליכקייט אז דער פרעזידענט זאל שענקן א מאסשטעבליכע פארדאן פאר אלע אינדיווידועלן וועלכע זענען אונטער אויספארשונג. און מעגליך זיך אליין.
דער פרעזידענט האט די וואך עפנטליך אויסגעדריקט זיין אומצופרידנהייט מיט די ספעציעלע אויספארשער און האט קריטיקירט זיין אייגענע אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס פאר׳ן זיך אויסשליסן פון די אויספארשונג, דער פרעזידענט איז ביי די מיינונג אז די אויספארשונגען שטערן אים פון אויספירן זיינע אגענדעס און לויט באריכטן נאנט צום פרעזידענט איז ער שוין העכסט אומגעדולדיג מיט די נאכאנאנדע נייעס איבער רוסלאנד און זוכט צו לייגן אן ענדע דערצו. קוועלער אין די לעגאלע שטאב זאגן אז דער פרעזידענט איז גרייט צו נעמען פרעצעדענטלאזע שריט צו ענדיגן די סאמאטוכע וואס ער באטראכט אלס בלויז א פאליטישע ״מכשפות געיעג״.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה