עס איז נעכטן באריכטעט געווארן אז פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט די סי-איי-עי צו אפשטעלן א פארצווייגטע פראגראם וועלכע זי האט איינגעפעדימט אין סיריע אונטער וועלכע זי טוט מושטירן און טרענירן די מעסיגע גרופעס צווישן די סירישע רעבען און טוט זיי באוואפענען, די פראגראם האט זיך אנגעהויבן אלס געהיימע אפעראציע אין 2012 אונטער די אבאמא אדמינסטראציע מיט די ציהל צו שטארקן די מעסיגע רעבעלן און אז זיי זאלן דינען אלס עפעקטיווע אפאזיציע צו די אסאד רעזשים אנשטאט די טעראר גרופעס.

פולע אין וואשינגטאן טוען קריטיקירט דעם פרעזידענטס שריט און זאגן אז דער טוט דערמיט עפעקטיוו איבערגעבן קאנטראל אין סיריע פאר די אסאד רעזשים און רוסלאנד, און די לעבנס פון הונדערטער טויזנטער אין די דערפער פון די רעבעלן קענען זיין אין געפאר, פולע ברענגען אויף די פראגע אויב דאס איז א רעזולטאט פון די געשפרעכן וואס דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן מיט וולאדימיר פוטין וועלכע איז דער הויפט שטיצער פון די אסאד רעזשים. פולע אין וואשינגטאן רופן עס אן ״א מתנה פאר פוטין״ און זאגן אז דער פרעזידעט טוט אים דערלאנגען סיריע אויף א גאלדענעם טאץ.

צווישן די קריטיקירער געפונען זיך פולע רעפובליקאנער, צווישן אנדערע סענאטאר דשאן מקעין, וועלכע האט געזאגט ״די אדמינסטראציע שפילט אריין אין די הענט פון פוטין, די שריט איז קורצזיכטיג און אומ׳אחריות׳דיג״ די סטעיטמענט איז געווען די ערשטע פאליטישע סטעיטמענט זינט עס איז באריכטעט געווארן אז ער ליידט אויף א ערנסטע פארעם פון קענסער.

בילד: פרעזידענט טראמפ שטעלט אפ באוואפענונג פראגראם פון סירישע רעבעלן



ענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל