פאַרטיידיגונג מיניסטער אביגדור ליבערמאַן און ארץ ישראל טשיף אוו סטעף גאַדי עיסענקאָט זענען אַראָפּגעקומען צו די פּלאַץ פון די אַטאַקע שבת צופרי.

די שאלאמאן משפחה איז געזעצן פרייטיג צונאַכט ביים שבת סעודה אין זייער היים אין חַלָּמִישׁ, ווען פּלוצלינג האט אַ פּאַלעסטינער טעראָריסט איינגעבראכן אין זייער היים, און דערשטאכען ר' יוסף, 70 יאר אלט, און צוויי פון זיינע קינדער - עלאַד, 36 און חיה, 46 - צום טויט, הי"ד!

ר' יוסף'ס פרוי, טובה, 68 יאר אלט, איז געווארן פארוואונדעט און אריינגעפירט געווארן צו די שערי צדק מעדיקעל צענטער אין ירושלים. די לוויות פון די נפטרים איז ערוואַרטעט צו פארקומען זונטאג.

עס האט גענומען בלויז 15 מינוט פון די מאָמענט דער גרויזאמער טעראָריסט, אָמאַר על-אַבעד, האט אריבערגעקראכן דעם פּלויט אַרום די קיבוץ פון חַלָּמִישׁ, ביז דער מאָמענט ער איז געווען דערשאסן דורך אַן אוו-דוטי זעלנער, גיבט איבער איי-די-עף ווארטזאגער בריגאַדיר-גענעראַל ראָנען מאַנעליס.

די ערשט אויספאָרשונג איבער די אטאקע ווייזט, אַז דער 19-יעריגער חיה אַבעד האט אליינס אויסגעפירט די אַטאַקע.

ער איז געגאַנגען צופיס דריי קילאָמעטער, פון זיין דאָרף פון קאָבאַר צו חַלָּמִישׁ, באוואפענט מיט אַ מעסער וואס ער האט געקויפן אַפּאָר טעג פריער, אנגעטון מוט אַ רוקזאק מיט אַ קאָראַן, בערזל און וואַסערפלאַש. ער איז אנגעקומען צו די משפּחה'ס היים, נאָענט צו די אַריינגאַנג פון די קיבוץ.

די אטאקע האט זיך געענדיקט ווען אַבעד איז דערשאָסן געווארן אין די בויך דורך די שכן, אַן אוו-דוטי "עוקץ‎‎" יוניט זעלנער, וואס האט געהערט שרייעריי פון דער היים, און איז אריינגעשפרינגן דורך די פענצטער פון די הויז, שווער פארוואָונדענדיג די אַטאַקירער. אַבעד איז שפּעטער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, און איז איצט אין די הענט פון די שין בית.

מאַנעליס האט געזאגט: "עס איז געווען אַ שרעקלעך, מערדעריש, אטאקע. די הויז איז פול מיט בלוט", צולייגענדיג אַז די בילדער וואס ווייזט די שטוב נאך די טויטליכע אנפאל, ווייזט נישט דאס גאנצע בילד. (אין אנדערע ווערטער, די סצענע איז נאך ערגער, רח"ל.)

"ער האט באַשלאָסן אין די לעצטע צוויי טעג אַז ער וויל אויספירן אַ אטאקע", האט מאַנעליס געזאגט.

כאטש עס זעהט אויס אז אַבעד האט עס אויסגעפירט איינער אַליינס, זאגט מאַנעליס אז די זיכערהייט אגענטן פארשן איבער מעגליכע מיטהעלפער.

דער טעראָריסט'ס ברודער איז שבת ארעסטירט געווארן, צו באַשליסן אויב מענטשן אַרום אים האבן געוואוסט פון זיינע פלענער.

מאַנעליס באשטעטיקט אַז אַבעד האט אקטיוויזירט דער ווארענונג סיסטעם, ווען ער זיך אריינגעכאפט אין די קיבוץ דורכ'ן איבערקריכן איבער די זיכערהייט צוים. זיכערהייט אגענטן פארשן איצט, וויאזוי ער איז געווען ביכולת צו אויספירן די אטאקע.

עס גייט אויך אָן אַ ברייטערער באמיאונג צו פאַרמיידן פארערגערונגן פון די מצב, וואָס מאַנעליס זאגט איז א פראבלעם מיט דעם שוואונג פון וואקסענדע שטיצע פאַר אטאקעס צווישן פּאַלעסטינער.

"עס איז פארהאן מער און מער שטיצע פאַר גוואַלדטאטן יעדע פארגייענדע טאג, מיט מער פּאָטענציעלע אַטאַקירער", האט מאַנעליס געזאגט, אויפמערקזאם-מאכענדיג איבער אַ נייע אַספּעקט, וואס איז נישט געווען קענטיג אין אנדערע אטאקעס זינט די כוואַליע פון ​​גוואַלדטאטן האט אויפגעריסן אויס צוויי יאָהר צוריק.

"וואָס איז איצט אַנדערש, איז אַז עס איז אויסגעפירט אין די נאמען פון רעליגיע, ספּעציעל אין די לעצטע פאר טעג, וואָס מיר האבן נישט געזען פריער. מיט די פאן פון רעליגיע, מאכט עס מער געפערלעך, ווייל עס האט מער שטיצע אין די אַראַבישע וועלט", האט ער געזאגט.

"עס איז פארהאן מער הסכמה און שטיצע פאַר דעם אטאקעס צווישן פּאַלעסטינער און מער לעגיטימאַציע אויף די גאסן", האט ער וויטער געזאגט, צולייגענדיג אַז "עס איז אַ געפערלעך אויסשטעל איצט, און מיר ארבעטן צו פאַרמיידן אן אנדער אטאקע ווי די פארגעאנגענע פרייטיג צונאַכטס".

א סיניאר איזרעלי אָפיציר האט אנגעוויזן אַז אַבעד איז געווען אַפילעאירט מיט כאַמאַס, אָבער איז נישט געווען אַ מיטגליד, און האט געקויפט אַ מעסער אין די לעצטע צוויי טעג, "מיט די קלארע פלאן צו שעדיגען אידן, אלס ענטפער צו די געשעענישן אַרום די הר הבית".

די עזה-באזירט טעראָריסט גרופּע האט אויסגעלויבט די אטאקע אלס "העלדיש", און האט געזאגט עס איז געווען צוליב "ארץ ישראל'ס ארויסטריטן אויף די רעכט פון אונזערע מענטשן אין ירושלים און אין דער אַקצאַ מאַסק".

נאכפאלגענדיג די אטאקע, האט טשיף אוו סטעף לוטענאַנט-גענעראַל גאַדי עיסענקאָט געהאלטן אַ עמערדזשענסי באַגעגעניש צו דיסקוטירן די סיטואַציע. עס איז באַשלאָסן געווארן אַז די איי-די-עף וועט שיקן נאָך טרופּן צו די מערב ברעג צו פאַרשטאַרקן די כוחות וואס זענען שוין דאָרט, אויסער די פינף עקסטרע באַטאַליאָנס וואס זענען געשטעלט אויף די וואך שוין דאנערשטאג.

די צוגעלייגטע זיכערהייט מאסנאמען קומען צוליב די אנגעצויגענקייט איבער דאס אראפשטעלן מעטאַל דעטעקטאָרס אויף די הר הבית קאָמפּלעקס, נאכפאלגנדיג די טויטליכע טעראָריסטישע שטעכעריי אטאקע וואס האט גענומען דעם לעבן פון צוויי איזרעלי פּאָליציי אָפיצירן 10 טעג צוריק.

עיסענקאָט און פאַרטיידיגונג מיניסטער אביגדור ליבערמאַן זענער אריבער קיין חַלָּמִישׁ שבת צופרי, אפאר שעה נאָך די אטאקע, און האָבן גערופן די פאלעסטינער אויטאריטעט פּרעזידענט מאכמוד אַבאַס עס צו פארדאמען.

"מיר פאָדערן אַ קלארע פארדאמונג פון די שחיטה וואס איז פארגעקומען נעכטן ביינאַכט, אין וואָס אַ אומשולדיגע משפּחה, וואס האט נישט קיינעם באדראעט, איז אויסגע'שחט'ן געווארן אינמיטן זייער שבת סעודה", האט ליבערמאַן געזאגט.

עיסענקאָט און ליבערמאַן, וואס זענען געווען באגלייט דורך די פירער פון קאָאָרדינאַטאָר פון רעגירונג אַקטיוויטעטן אין די טעריטאריעס מעיאר-גענעראַל יואב מרדכי, ווי אויך די הויפט מיליטערישע אינטעליגענס מעיאר-גענעראַל הערצל הלוי, האבן געגעבן אַ מצב איבערזיכט דורך די קאַמאַנדער פון די איזרעלי סענטראַל קאַמאַנד מעיאר-גענעראַל ראָני נומאַ, ווי אויך דורך די בריגאַדע קאַמאַנדער און שין בית אויטאריטעטן.

ליבערמאַן האט באפוילן די זיכערהייט פאָרסעס צו צואיילן דאס איינווארפן די הייזער פון די טעראריסטן וואס האבן אויסגעפירט די טויטליכע אנפאַלן אין אלט-רושלים, ווי אויך ווי די היים פון די חַלָּמִישׁ אַטאַקער.

ער האט אויך געבעטן אַז די אנוועזנעהייט פון צה"ל טרופּס אויף ראָודס און אין וויכטיגע לאקאציעס אין די מערב ברעג, זאל פארברייטערט ווערן.

פריער שבת האט זיך עיסענקאָט אויך באגעגנט מיט די קאַמאַנדער פון די יהודה און שומרון דיוויזיע, בריגאַדיר-גענעראַל ליאָר קאַרמעלי.

איזרעלי טרופּן האבן זיך אראפגעלאזט אויף אַבעד'ס היים אין קאָבאַר שבת צופרי, אויספירענדיג א ברייטע וואפן זיכונג. זיי האבן ארעסטירט זיין ברודער און אויסגעמאסטן זיין היים אין צוגרייטונג פאַר די איינווארפן. אויסער דעם, טרופּן, ספּעציעלע קרעפטן און די שין בית האבן ארומגענומען דעם דאָרף, ערלויבענדיג איינוואוינער צו פארלאָזן בלויז פאַר הומאַניטאַרישע סיבות.

פּרעזידענט ראובן ריוולין האָט אנגערופן דעם אטאקע הארץ-רייסענד, ווען ער האט גערעדט צו די משפּחה, און ער האט אויסגעלויבט דער זעלנער וואס געענדיקט די מערדעריי פון גיין ווייטער.

"די גאנצע וועלט און די פירערשאַפט אין דער געגנט, ספעציעל, מוזן קאָאַפּערירן מיט ארץ ישראל אין דער מלחמה קעגן טעראריזם", האט ריוולין געזאגט. "די וואס טוען נישט אויסרייסן טעראריזם, קאָאַפּערירן מיט טעראריזם, און ביישטייערן צו דער ראיאנ'ס פארערגערונג, אין אַ אומנויטיגע מלחמה פון בלוט וואס קיינער וויל נישט".

בילדער
(די בילדער זענער שטארק גראפיש. ביטע נישט קוקן אויב איר האט א שוואכע הארץ.)

בילד: ר' יוסף, 70 יאר אלט, און צוויי פון זיינע קינדער - עלאַד, 36 און חיה, 46

בילד: די בלוטיגע סצענע אין די הויז

בילד: די בלוטיגע סצענע אין די הויז

בילד: די בלוטיגע סצענע אין די הויז


מאפע: חַלָּמִישׁ

בילד: טשיף אוו סטעף גאַדי עיסענקאָט ווערט אינפארמירט דורך סיניאר צה"ל אפיצירן

בילד: צה"ל אין די דארף קאָבאַר

בילד: צה"ל אין די דארף קאָבאַר

בילד: צה"ל אין די דארף קאָבאַר

בילד: אָמאַר על-אַבעד על-דזשאַליל, די פּאַלעסטינער יונג וואס עס ווערט געגלייבט האט דורכגעפירט די שטעכעריי אטאקע

ווידיאס








קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל