באמערקונג: די ארטיקל איז גענומען געווארן רויערהייט פון די טעגליכער דער איד, אהן קיין טוישונג. עס פארטרעט נישט די מיינונג און געדאנק-גאנג פון דער אידישע נייעס. צו באקומען א פולע ארטיקל מיט נוטראלע דעקונג, באגלייט מיט בילדער און ווידיא, זעהט די אָריגינעלער עקסקלוסיווע ארטיקל.

מדינת ישראל - מיט שרעק קוקט מען זיך צו איבער דער וועלט צו די שרעקעדיגע און בלוטיגע פאסירונגען אין מדינת ישראל, וואו די אנגעצויגנקייט און אומרוען האט דערגרייכט צו ערנסטע שטאפלען, פירנדיג צו א פרישער שרעקליכער טעראר אטאקע דעם שבת קודש, אין וועלכע 3 אידן הי״ד זענען קאלטבלוטיג דערמארדעט געווארן אינמיטן זייער שבת׳דיגער סעודה.

די ברוטאלע טעראר אטאקע האט פאסירט פרייטאג צונאכטס, ווען די סאלאמאן פאמיליע איז געזעסן אין זייער היים אינעם אומלעגאלן זידלונג ״חלמיש״ אינעם מערב ברעג, און דער טעראריסט אומאר אל-אבעד איז געקומען פון א דערנעבנדיגן אראבישן שטעטל, באוואפנט מיט א מעסער, צילנדיג אנצוזייען טויט און מארד ה״י.

לויט ווי שכנים האבן דערציילט, האט די סאלאמאן פאמיליע געפראוועט א שמחת שלום זכר פרייטאג צונאכטס מיט׳ן געבורט פון אן אייניקל א בן זכר, און דער טעראריסט האט אריינגעקלאפט אינעם טיר, וואס עמיצער האט פריינטליך געעפנט, קלערנדיג אז דאס איז א שכן וועלכער איז געקומען אנטיילנעמען אין דער שמחה און ווינטשן מזל טוב.

באלד ביים אריינקומען אין דער דירה, האט דער טעראריסט ארויסגענומען א מעסער און אנגעהויבן ווילד אטאקירן עטליכע אנוועזנדע, פון וועלכע 3 זענען אומגעקומען. די 3 זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס דער פאטער פון דער פאמיליע, יוסף סאלאמאן הי״ד 70 יאר אלט, זיין טאכטער חי׳ סאלאמאן הי״ד 46 יאר אלט, און א זוהן אלער הי״ד.

אלעס אינאיינעם האבן זיך אינעם הויז געפונען בשעת די סעודה 10 מענטשן, און איינע פון די פרויען אין הויז האבן שנעל געכאפט די קליינע קינדער און זיי באהאלטן אין א צימער, אויסמיידנדיג פרישע קרבנות. די מוטער פונעם הויז, טובה סאלאמאן, איז שווער פארוואונדעט געווארן דורכן טעראריסט און ערהוילט זיך אין שפיטאל.

די שוידערליכע אטאקע איז געקומען צו אן ענדע ווען א זעלנער וועלכער וואוינט נישט ווייט פון דער סאלאמאן פאמיליע, האט געהערט די ביטער יללות און געוויינערייען, איז ער באלד געקומען צו לויפן באוואפנט און געשאסן און פארוואונדעט דעם טעראריסט דורכ׳ן פענסטער.

ליידער איז די אטאקע און דאס פארגאסן אידיש בלוט געקומען אלס דירעקטע רעזולטאט פון די פרישע התגרות באומות וואס די ציוניסטישע רעגירונג האט אונטערגענומען מיט׳ן אוועקשטעלן די פארשידענע צוימונגען אז מוסולמענער זאלן נישט האבן גרינגן צוטריט צו זייער אל אקצא מעטשעט אויפן הר הבית, וואס האט געברענגט די פרישע רונדע צארן, אטאקעס און אומרוען איבער׳ן לאנד.

זעענדיג טאקע וואספארא קאנסעקווענצן די רייצענישן ברענגען, האט מען נעכטן געהערט אז די רעגירונג וועט זיך ברעכן און אוועקנעמען די מעטאל דעטעקטארס, נאר וועט איינשטעלן אנדערע זיכערהייט מאסנאמען, צו פארזיכערן אז טעראריסטן שמוגלען נישט אריין וואפנס אויפן הר הבית.

אידישע קינדער שיקן טרייסט ווערטער פאר די פרישע יתומים׳לעך פון דער ברוטאלער טעראר אטאקע, און אין די זעלבע צייט בעט מען זיך ביי דער ציוניסטישער רעגירונג אז זיי זאלן אפשטעלן די סיסטעמאטישע רייצערייען מיט׳ן אוועקשטעלן די זידלונגען, און א ודאי רייסט מען איין לאבינו שבשמים צו ברענגען די גאולה שלימה און מאכן אן עק צו די אלע צרות במהרה.

בילד: בלוטיגע שרעקליכע טעג אין מדינת ישראל

בילד: בלוטיגע שרעקליכע טעג אין מדינת ישראל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל