ווארשא - אן ערנסטע פאליטישע קריזיס הייבט אן זידן און קאכן אין פוילן, נאכדעם וואס דער ארטיגער סענאט האט באשטעטיגט א ביל וועלכע וועט געבן פולע קאנטראל פאר די פאליטישע פירער אויפן סופרים קאורט. די ״געזעץ און יוסטיץ״ פארטיי קאנטראלירט דעם סענאט און זיי זענען עקסטרעם רעכט, און טראץ וואס ער איז נישט פון זייער פארטיי, איז דער פוילישער פרעזידענט אנדרעי דודא נאענט אפיליאירט מיט זיי און שטיצט זייערע אלע לעגיסלאטיווע שריט. יעצט האט די פארטיי אונטערגענומען א קאמפיין צו באקומען מער קאנטראל אויפן סופרים קאורט, אז דער סענאט זאל קענען ארויסווארפן ריכטער וועלכע גייען נישט אין שפאן, מיט׳ן אויסרייד אז די ריכטער זענען געווארן צו מאכטפול אין די לעצטערע יארן - און מערב וועלט אבזערווירער זאגן אז די פארטיי׳ס שריט איז א טריט אויף צוריק פאר׳ן לאנד וועלכע איז פטור געווארן פון קאמוניזם מיט 28 יאר צוריק. אין רעאקציע צום סענאט אפשטימונג, זענען הונדערטער טויזנטער איבער׳ן לאנד ארויסגעקומען פראטעסטירן, וואס פילע זאגן אז דאס זענען געווען די גרעסטע פראטעסטן זינט די אנטי-קאמוניזם פראטעסטן אין 989׳.

בילד: פאליטישע קריזיס קאכט זיך אין פוילן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל