טעהראן - די איראנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז זי האט געלאזט אין גאנג א פרישע פראדוקציע ליניע פון נייע מיסילס וועלכע וועלן געבן פאר איר מיליטער פרישע שטארקע מעגליכקייטן. איראן׳ס פארטיידיגונגס מיניסטער כוסעין דעגהאן האט ארויסגעשטעלט דעטאלן פון די נייע סארט מיסילס, זאגנדיג אז זיי ווערן גערופן סאאיד 3״ מיסילס, און עס האט די מעגליכקייט צו פליען אזוי הויעך ווי זעכצן מייל און א שטרעקע פון 74 מייל. דעגהאן זאגט אז די מיסילס זענען געבויט צו קענען צילן פיינטליכע פליגערס, דראונס, אראפשיסן קרוז מיסילס און העליקאפטערס. די מעלדונג פונעם אנהייב פון פרישע מיסיל פראדוקציע קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט באשטעטיגט א סעריע פרישע סאנקציעס אויף איראנער פארבינדעטע פיגורן און ביזנעסלייט וויבאלד יענע האבן ארויסגעהאלפן די איראנער רעגירונג מיט׳ן בויען נישט-נוקלעארע וואפנס. איראן האט רעאגירט צו די סאנקציעס, זאגנדיג אז עס איז נישט בארעכטיגט ווייל דער נוקלעארער דיעל צילט נישט איינצוצוימען איראנ׳ס נישט-נוקלעארע מיליטערישע אקטיוויטעטן, און עס זעט נישט אויס ווי איראן שרעקט זיך פון די נייע סאנקציעס.

בילד: איראן מעלדט נייע מיסיל פראדוקציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל