וואשינגטאן - רעפובליקאנער און דעמאקראטן אינעם אמעריקאנער קאנגרעס האבן געמאלדן אז זיי האבן זיך פאראייניגט אויף א ביל וועלכע וועט ארויפשטעלן גאר שווערע נייע עקאנאמישע סאנקציעס קעגן די רוסישע רעגירונג, אלס נקמה פאר רוסלאנד׳ס שריט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן און אויך אויף רוסלאנד׳ס אומלעגאלע מיליטערישע שריט אין אוקראינע.

דער ביל פארמאגט א פראוויזיע אז קאנגרעס וועט יעדע פּאר מאנאטן איבערקוקן צו פרעזידענט טראמפ פרובירט שטילערהייט צו אונטערמינעווען אדער אפשוואכן די סאנקציעס.

די טראמפ אדמיניסטראציע האט פרובירט צו לייגן דרוק אז די רעפובליקאנער זאלן נישט באשטעטיגן פרישע סאנקציעס, ווייל זיי ווילן באנייען פריינטליכע באציאונגען מיט רוסלאנד, און ספעציפיש איז דאס ווייסע הויז אויפגעברויזט ווייל דער נייער ביל פארמאגט א פראוויזיע אז קאנגרעס וועט יעדע פּאר מאנאטן איבערקוקן צו פרעזידענט טראמפ פרובירט שטילערהייט צו אונטערמינעווען אדער אפשוואכן די סאנקציעס. פאליטישע אבזערווירער זאגן אז טראמפ טרעפט זיך געדרוקט צו דער וואנט און ער וועט מוזן אונטערשרייבן דעם סאנקציעס ביל, ווייל אפילו אויב ער וועט עס וועטאאירן, זענען דא גענוג שטימען אין קאנגרעס און סענאט אפצואווארפן זיין וועטא.

בילד: סענאטאר טשאק שומער, פון די הויפט שטיצער פון די ביל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל