טריפאלי - היינט צוטאגס וואוינט מער נישט קיין איין איד אין ליביע. דאס לאנד איז כמעט גענצליך ליידיג געווארן פון אידישע איינוואוינער אלס רעזולטאט פון דער גרינדונג פון מדינת ישראל, וואס האט געפירט דערצו אז אידן זאלן מער נישט קענען וואוינען אין אראבישע און מוסולמענער לענדער, אבער פאר מער ווי צוויי טויזענט יאר האט אידישקייט געבליעט אין פילע טיילן ליביע, און יעצט איז דא א זארג אז אלס רעזולטאט פון מלחמה און כאאס, וועלן די היסטארישע אידישע חפצים און געביידעס פארגעסן ווערן. צווישן די פארשידענע איבערבלייבענישן פון אמאליגן אידנטום, זענען עטליכע שוהלן אין שטאט טריפאלי און בתי חיים אין אזעלכע שטעט ווי סירט און נאך, און דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט געזאגט אז זי האט אונטערגענומען א קאמפיין צו העלפן באשיצן פילע היסטארישע סטרוקטורן און אנטיקן לענגאויס ליביע, וואו עס הערשט כאאס ווען דאס לאנד איז צעשפליטערט אין עטליכע טיילן, און אויף דער ליסטע פונעם סטעיט דעפארטמענט, זענען אויך אויסגערעכנט אידישע איבערבלייבענישן.

בילד: זארג איבער אידישע חפצים אין ליביע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל