פאריז - א פרישע אנטיסעמיטישע אטאקע האט פאסירט אויפן צענטראלן שוהל אין די גארהעי לע גאנעסעי געגנט אין פאריז, פראנקרייך. די אטאקע האט פאסירט ווען וואנדאלן האבן אנגעפירקלט די ווערטער שמוציגע אידן און געלע מגן דוד סימבאלן אויפן דרויסנדיגן וואנט פון דער געביידע, און האבן צוגעלייגט ווערטער אפצוצייכענען דעם יארטאג פון יולי 16 יאר 942׳ וואס דאן האבן די נאציס ימ"ש איינגעזאמלט טויזנטער אידן פון פאריז און אפגעשיקט צו די לאגערן. די לאקאלע אידישע איינוואוינער האבן אויסגעדרוקט זארג, ווייל עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דער שוהל איז דער ציל פון אנטיסעמיטיזם, נאכדעם וואס מען האט שוין געזען עטליכע מאל פעלער ווי פארשוינען האבן געשאסן שטיינער און אויסגעשאסן פענסטערס. די אויטאריטעטן און פאליציי זאגן אז זיי וועלן אונטערנעמען א פראיעקט אפצושניידן ביימער וועלכע נעמען ארום דעם שוהל, כדי צו קענען אוועקשטעלן בעסערע סורוועילענס קאמערעס צו כאפן שולדיגע וואס באגייען די אקטן.

בילד: אטאקע אויף בית המדרש אין פאריז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל