וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע איז אריבער א קליינע אויפשאקלונג, ווען דער ווייסער הויז פרעסע סעקרעטאר, שאן ספייסער, האט געמאלדן אז ער רעזיגנירט. ספייסער׳ס רעזיגנאציע איז געקומען נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אויפגענומען דעם ניו יארקער מיליאנער ענטאני סקאראמוטשי אלס דער נייער ווייסער הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר, און מען האט געהערט פון קוועלער אז ספייסער איז נישט געווען צופרידן מיט טראמפ׳ס אויסוואל, שפירנדיג אז סקאראמוטשי האט נישט קיין שום פאליטישע ערפארונג און וועט דעריבער בכלל נישט גרינגער מאכן זיין דזשאב, נאר עס מאכן שווערער. ספייסער האט געדינט אלס טראמפ׳ס פרעסע סעקרעטאר גלייך פון נאכ׳ן איינשווערונג, און ער איז פארוואנדלט געווארן אלס א סימבאל פון אפ׳חוזק׳ן פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, צוליב זיינע אפטע מאדנע סטעיטמענטס און לאזונגען. אצינד, אז ער האט רעזיגנירט, האפט די טראמפ אדמיניסטראציע פאר א נייעם פרישן בלעטל.

בילד: טיילווייזע אויפשאקלונג אין ווייסן הויז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל