וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט נעכטן שארף רעאגירט צו א סעריע פרישע מידיא באריכטן, זאגנדיג אז די אלע באריכטן קעגן זיין אדמיניסטראציע, איז די רעזולטאט פון ״אומלעגאלע ליעקס״. טראמפ האט זיך ספעציפיש באצויגן אויף דעם וואס דער ״וואשינגטאן פאוסט״ האט אויפגעדעקט אז די אמעריקאנער שפיאנאזש אויטאריטעטן האבן קלאר אויפגעכאפט צייכענעס אז דזשעף סעשאנס האט פאראיאר יא גערעדט מיט׳ן רוסישן אמבאסאדאר סערגעי קיזליאק איבער טראמפ קאמפיין אישוס - א זאך וואס סעשאנס האט שוין עטליכע מאל געלייקנט אונטער שבועה אינעם סענאט. טראמפ האט אויך רעאגירט צו די באריכטן אז ער טראכט פון פארדאנירן זיך און זיין אדמיניסטראציע, נישט צו קענען אנגעקלאגט ווערן איבער׳ן רוסלאנד סקאנדאל, און טראמפ האט געשריבן נעכטן אז עס איז אמת אז ער האט הונדערט פראצענטיגע מאכט צו פארדאנירן וועמען ער וויל. טראמפ האט אויך באשולדיגט דעם ״ניו יארק טיימס״ אין שטערן אן אפעראציע אומצוברענגען דעם אייסיס פירער על באגדאדי, טראץ וואס ס׳נישט קלאר וואס ער האט געמיינט דערמיט.

בילד: טראמפ רעאגירט צו פרישע מידיא ליעקס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל