די אנגעצויגנקייט ארום די הר הבית שטייגט גאר שטארק נאכדעם וואס די פאלעסטינער פירער האבן גערופן פאר די היינטיגע טאג אלס א טאג פון צארן, דאס קומט א וואך נאכדעם וואס א טעראר אטאקע האט פאסירט אויפ׳ן הר הבית און אלס רעזולטאט האבן די מדינת ישראל פאליצייאישע אגענטורן איינגעשטעלט שטרענגערע זיכערהייטס מאנסאמאן ארום דעם בארג, און צווישן אנדערע ארויפגעשטעלט עלעקטראנישע מעטאל דיטערקטארס, א זאך וואס ברענגט אויפברויז אין די מוסלעמענער וועלט וויבאלד עס געט אבסעלוטע קאנטראל פאר די פאליציי וועמען צו ארויפלאזן, די מוסלעמענער וואקף האט אפעלירט צו די מוסלעמנער צו רעוואלטירן און נישט גיין דורך די טויערן. היינט האט אויסגעבראכן שווערע ראיאטן און פראטעסטן, די פאליציי האט ארויסגעשטעלט וואך פונקטן און בלאקאדעס אין די אראבישע געגענטער אין מזרח ירושלים און צענדליגע טויזנטער זעלנער זענען רעקרוטירט געווארן צו האלטן ארדענונג, אין לויף פון די פראטעסטן זענען - לויט די פאלעסטינער   באריכטן - אומגעקומען 3 פאלעסטינער פון פאליציאיישע שיסעריי, די פאליציי זאגט אז זיי האבן געשאסן נאכדעם וואס די פאלעסטינער האבן געשאסן אויפרייס מאטריאל אויף די פאליצייאישע קרעפטן.

בילד: ראיאטן אין ירושלים: 3 פאלעסטינער אומגעקומען אין געפעכטן מיט די פאליציי



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל