א מיליטערישע מאגאזין פון וואפן אין פּאָרטוגאַל איז בארויבט געווארן פון א גרויסע קוואנטום פון מיליטערישע שעדליכע וואפן, און דערווייל איז די פאליציי נישט געקומען אויף די שפורן פון די רויבער, דאס טוט שטארק באזארגן די אויטאריטעטן און דער פארטוגעזישער פרעזידענט האט גערופן פאר א פרעצדענטלאזע נאציניאנאלע אויספארש אפעראציע צו דערגיין ווי די וואפן איז אהינגעקומען, ער האט אנגעדייטעט אז עס איז מעגליך אז די וואפן זענען אינדרויסן פון די פארטוגעזישע גרעניצן און גערופן פאר אלע נאט״א לענדער זיך צו אנשליסן אין די זוכעריי

די פארטוגעזישע פארטיידיגונגס אפטיילונג האט מודה געווען אז די זיכערהייטס מאנאסאמען ביי די מאגאזין זענען געווען גאר שוואך און די סורוועילענס ווידיאס האבן שוין נישט געארבעט פאר צוויי יאר, צווישן די ארסענאל וואס איז בארויבט געווארן געפונען זיך 1450 רונדעס פון טויטליכע קוילן, 150 האנט גראנאטן, 18 טרערן גאז גראנאטן, 102 באמבעס, 264 פלאסטישע אויפרייס אפאראטן.

די רויבעריי איז פארגעקומען אין די צייט וואס די נאציאנאלע אגענטורן זענען געווען פארנומען מיט די מאסיווע וואלד פייערן וועלכע האבן אריינגעלייגט פּאָרטוגאַל אין כאאס, די רויבער האבן אויסגענוצט די פאקט אז די פאליציי און מיליטער זענען געווען רעקרוטירט צו העלפן די געשעדיגט אינעם פייער, דערווייל זענען 5 מיליטערישע קאמאנדירן אפגעזאגט געווארן פון זייערע פאזיציעס, און עס הערשט א פארדאכט אז די רויבער האבן געהאט קאאפעראציע פון אינעווייניג אין די מיליטער.

בילד: זארג אין פארטוגאל צוליב מאסיווע וואפן רויבעריי



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל