18 זענען אומגעקומען און נאך צענדליגע שווער פארוואונדעט ווען א באס - וועלכע האט געטראגן פענסיאנערן - אין באוואריע האט זיך צוזאמענגשעטויסן מיט א טראק און איז ארויף אין פלאמען, צוליב די טרעפיק האט גענומען לאנג ביז רעטונג און הילף האט געקענט אנקומען און עס האט געברענגט צו א שווערע טראגעדיע, ווען זיי זענען שוין אנגעקומען האבן זיי נישט געקענט קומען נאנט צוליב די העלישע פלאמען וועלכע זענען געקומען פון די באס און פון די טראק וועלכע האט געטראגן קישענעס און מאטראצן. דער דייטשער אינערן מיניסטער האט באשולדיגט פארבייפארער פאר׳ן פאר׳ן שטייט צו קענען קוקן אויף די ספעקטאקל, א זאך וואס האט פארשטייטערט די טרעפיק און פארשפעטיגט הילף, די באס האט געטראגן 46 פּאַסאַנדזשירן און די מערהייט פון זיי זענען טויט אדער שווער פארוואונדעט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה