נאכדעם וואס די אראבישע גאלף לענדער אין שפיץ פון סאודי אראביע האבן געגעבן פאר קאטאר א ליסטע פון פארלאנגען פאריגע וואך, האבן זיי היינט געשטעלט פאר די קענגירייך נאך א אולטימאטום פון צוויי טעג צו ענדיגן דעם קריזיס און אראפנעמען דעם בלאקאדע דורך נאכקומען די פארלאנגען. צווישן די פארלאנגען ציילט זיך דאס אפשליסן די אל-דשאזירע טעלעוויזיע נעץ, אפשפארן א טערקישע מיליטערישע באזע אין קאטאר, און אפהאקן אירע פארבינדונגען מיט איראן. דערווייל האט קאטאר נישט געצייגט קיין גרייטקייט צו נאכקומען די פארלאנגען, טראץ וואס די עקאנאמישע סאנקציעס און בלאקאדע עפעקטירן איר גאר שווער.

די ארגינעלע דעד-ליין האט געזאלט זיין היינט, און די גאלף לענדער האבן נישט פונקטליך אנגעדייטעט אויב זיי וועלן נעמען ווייטערדיגע שריט קעגן קאטאר אין פאל וואס זי אנטזאגט זיך צו נאכקומען די פארלאנגען. דערווייל קומען פאר אינטענסיווע פארהאנדלונגען דורך קואוועיט וועלכע פרובירט צו שליכטן דעם קאנפליקט, און די אויסערן מיניסטארן פון סאודי אראביע, באכרעין, עגיפטן, תימן און די אראבישע עמיראטן וועלן אפהאלטן א סאמיט דעם מיטוואך צו באטראכטן ווייטערדיגע שריט.

בילד: גאלף לענדער געבן א 48 שטונדן אולטימאטום פאר קאטאר צו נאכקומען זייערע פארלאנגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל