פּאָרטוגאַל – א מאסיווע וואלדפייער, וועלכע ברענט שוין זינט שבת אין צענטראל פארטוגאל, האט שוין אומגעברענגט אמווייניגסטנס 62 מענטשן, שרייבנדיג די שורות זונטאג נאכט – און רוב פון די זענען אומגעקומען זייענדיג פארכאפט אין זייערע אויטאס ווען די פלאמען האבן דורכגעריסן הויפט שאסייען. דער פארטוגעזישער פרעמיער מיניסטער, אנטאניא קאסטא, האט דערקלערט דאס ברענענדיגע פייער א היסטארישע טראגעדיע פאר פארטוגאל, זאגנדיג אז ס'געדענקט זיך נישט אין לעצטיגער היסטאריע אזא סארט טראגעדיע. קאסטא האט אראפגעגעבן וויאזוי צענדליגער האבן פרובירט זיך אריינצוזעצן אין זייערע קארס און אנטלויפן נאכדעם וואס דאס פייער האט פארציקט זייערע הייזער, און זענען ליידער אומגעקומען אינמיטן זייער אנטלויף, און ער ווארנט אז די צאל אומגעקומענע וועט ווארשיינליך זיך פארטאפלען, אויב נישט מער, וויבאלד די פייערלעשער און רעטונגס באאמטע קענען נאכנישט צוקומען צו רוב טיילן פון די אפגעברענטע הונדערטער אקער-לאנד.




































































קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל