אטלאנטא – מארגן דינסטאג וועלן וויילער אינעם זעקסטן דיסטריקט אין דזשארדזשיע ארויסקומען אויסוועלן א קאנגרעסמאן, וואס דער פארמעסט און דער אויסגאנג ווערט נאכגעקוקט פון איבער'ן לאנד, וויבאלד עס ווערט באטראכט ווי א רעפערענדום אויף פרעזידענט טראמפ. שטייענדיג קוים געציילטע שעה'ן בעפאר די וואל בודקעס וועלן זיך עפענען, האט מען געהערט פון היציגע רעקלאמעס וועלכע ווערן ארויסגעשטעלט דורך ביידע קאנדידאטן, דער דעמאקראט דזשאן אסאף און די רעפובליקאנער קאנדידאטקע קערען הענדעל, און ספעציפיש שטארן ארויס צוויי רעקלאמעס וואס א גרופע וועלכע שטיצט הענדעל האט ארויסגעשטעלט. דאס ערשטע איז דאס וואס די גרופע נוצט די שיסעריי וואס האט פאריגע וואך פאסירט אויף א גרופע קאנגרעסלייט, דורכ'ן ארויסהייבן א ליבעראלן זענען שעדליכע און ראדיקאלע (נעמענדיג אין באטראכט אז די שיסעריי איז דורכגעפירט געווארן דורך א ליבעראלן), און די צווייטע רעקלאמע איז א צעשטיקלטע אודיא פון באראק אבאמא, וואס מאכט עס אויסזען ווי אבאמא זאגט אז שווארצע וויילער גייען סייווי אייביג שטימען פאר דעמאקראטן – וואס דער ציל פון דער רעקלאמע איז אז די פילע שווארצע איינוואוינער אינעם זעקסטן דיסטריקט זאלן אויפגעברויזט ווערן און דוקא נישט שטימען פאר אסאף.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל