וואשינגטאן – איינער פון די לאיערס וועלכע ארבעטן פאר פרעזידענט טראמפ, האט נעכטן קאטעגאריש דערקלערט אז דער פרעזידענט איז נישט אונטער אויספארשונג. לאיער דזשעי סעקולאו האט רעאגירט צו פראגעס וואס מ'האט אים געפרעגט איבער א מעסעדזש וואס פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג ארויסגעשיקט אויף טוויטער אין וועלכן ער האט געשריבן אז ער ווערט אויסגעפארשט פאר'ן אויפזאגן דזשעימס קאומי. סעקולאו זאגט אז טראץ וואס טראמפ האט געשריבן, איז ער פאקטיש נישט אונטער אויספארשונג, און סעקולאו האט געגעבן צו פארשטיין, אז דעם פרעזידענט'ס מעסעדזש אויף טוויטער איז פשוט געווען א רעאקציע צו דער "וואשינגטאן פאוסט" אויפדעקונג פון מיטוואך נאכט וואס האט באריכטעט אז טראמפ איז יא אונטער אויספארשונג. סעקולאו האט אויך נעכטן געזאגט אז טראמפ האט דערווייל נישט דיסקוסירט פלענער אויפצוזאגן דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין, טראץ באריכטן אז טראמפ האלט אט ביים ווארפן ראזענסטיין.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל