וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט פון באאמטע אינערהאלב דער פעדעראלער היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, אז דער שעריף פון מילוואקי קאונטי אין וויסקאנסין, שעריף דעיוויד קלארק, האט ארויסגעצויגן זיין נאמען פון א ליסטע פון מעגליכע קאנדידאטן אנצופילן א הויכראנגיקע פאזיציע אינערהאלב דער דעפארטמענט. שעריף קלארק, א שווארצער, איז א קאנטראווערסיאלער פיגור, האבנדיג אין דער פארגאנגענהייט געלאזט פאלן ווילדע ראדיקאלע סטעיטמענטס, און ווערנדיג באשולדיגט אין פארנאכלעסיגן די טורמעס אין זיין קאונטי אויף א שטארקן פארנעם. קלארק האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א שטארקער שטיצער פון פרעזידענט טראמפ, קריגנדיג א הויפט אויפטריט ביים רעפובליקאנער קאנווענשאן פאראיאר זומער, און דעריבער האט טראמפ אים געקלערט צו נוצן פאר א פאזיציע אינעם היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט. אבער קלארק איז פארמישט געווארן אין קאנטראווערסיע, אז ער האט פלאגיאירט און געפעלשעוועט עטליכע ארטיקלען וואס ער האט געשריבן אין קאלעדזש, און דעריבער האט ער ארויסגעצויגן זיין נאמען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל