ניו יארק – די קאמוניסטישע צפון קארעא האט נעכטן באשולדיגט אמעריקאנער לופטפעלד אויטאריטעטן אין איזדיעקעווען זיך און טשעפען א גרופע פון אירע דיפלאמאטן אינעם קענעדי לופטפעלד אין ניו יארק סיטי. די צפון קארעא אויסערן מיניסטעריום זאגט אז די דיפלאמאטן האבן זיך צוריקגעקערט פון א יו-ען קאנפערענץ, און זענען ממש איבערגעפאלן און בארויבט געווארן דורך די זיכערהייט אגענטן אינעם קענעדי לופטפעלד, וועלכע האבן קאנפיסקירט א ספעציעלן "דיפלאמאטישע זאק", וואס איז א ספעציעלע רעגולאציע אז אויסלענדישע דיפלאמאטן קענען אריינברענגען אין אנדערע לענדער וואס זיי ווילן, און די לאקאלע אויטאריטעטן טארן עס נישט עפענען, אונטערזוכן און אוודאי נישט פארכאפן. צפון קארעא זאגט אז דער שריט פון די קענעדי לופטפעלד באאמטע איז אן איבערצייגונג אז די פאראייניגטע שטאטן איז א "קרימינאלע און געזעצלאזע מאפיאנערישע" לאנד, און עס צייגט אויך אז ניו יארק איז מער נישט פאסיג צו דינען אלס גאסטגעבער פאר די יו-ען הויפטקווארטירן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל