מאנטענא – אמווייניגסטנס 32 זענען פארוואונדעט געווארן ווען א טאראסע איז צוזאמגעפאלן אין מאנטענא. דער אינצידענט האט פאסירט אין לעיקסייד, מאנטענא, וואו מענטשן האבן זיך פארזאמלט אין א זאל צו באעהרן א לאקאלן פייערלעשער, וועלכער איז געשטארבן 2 חדשים צוריק. צענדליגער האבן זיך פארזאמלט אויפ'ן באלקאן פונעם זאל, אבער אינמיטן האט עס געטרסקעט און געפאלן אראפ פון צוויי שטאק הויעך. צווישן די 32 פארוואונדעטע, זענען זעקס אין א קריטישן צושטאנד. דער לעיק קאונטי שעריף דאן בעלל האט אין א סטעיטמענט גאר שטארק אויסגעלויבט די ארבעט פון די פייערלעשער, פאליציי אפיצירן און אנדערע וועלכע זענען אנגעקומען צו דער סצענע, האבן באלד אנגעהויבן ארויסשלעפן פארוואונדעטע פון אונטער די הויפנס האלץ, און אוועקגערוקט די גרויסע שטיקער צעבראכענע טאראסע, מ'זאל קענען באפרייען די פארכאפטע. דער שעריף בעל קרעדיטירט די שנעלע ארבעט פון די באאמטע אינעם פאקט וואס ס'איז נישט געווען קיין איין פאטאליטעט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל