אלבאני – ניו יארקער גאווערנאר, ענדרו קאומאו, האט געשטעלט א לאנגיעריגן ריכטער צו דינען אויף דעם העכסטן געריכט אין דער סטעיט. ריכטער פאול פיינמאן איז שוין לאנגע יארן באקאנט מיט זיינע שטארקע ליבעראלע שטעלונגען, אננעמענדיג זיך פאר ליבעראלע גרופעס און קריטיקירנדיג רייכע פירמעס און ביזנעסער פאר קריוודעס קעגן אינדיווידועלן. ריכטער פיינמאן וועט אנפילן די פאזיציע אויפ'ן סטעיט סופרים קאורט, וועלכע איז ליידיג געווארן דורך ריכטערין שייאלא סאלאם, וועלכע איז אפגעפונען געווארן נישט לעבעדיג אינעם האדסאן ריווער מיט צוויי מאנאטן צוריק, און איר טויט איז דערווייל נאך אלץ נישט געלעזט געווארן.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל