ניו יארק – אן אכציג יעריגער ביציקליסט איז אראפגעקלאפט געווארן און אומגעקומען דורך א באס אין מאנהעטן, בלויז 5 טעג און דריי בלאקס אוועק פון וואו ס'האט פאסירט אן ענליכער עקסידענט. ווי מיר האבן באריכטעט פאריגע וואך, איז דער אידישער ביציקליסט דן הנגבי ע"ה אומגעקומען בשעת'ן פארן אויף א סיטי-בייק ביציקל אינעם טשעלסי געגנט אין מאנהעטן, ווערנדיג אראפגעקלאפט דורך א באס – וואס הנגבי'ס טויט איז געווען דער סאמע ערשטער טויטפאל זינט די סיטי-בייק סיסטעם איז איינגעשטעלט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק. דער אכציג יעריגער ביציקליסט וועלכער איז שבת אומגעקומען, איז געפארן מיט זיין ביציקל אויך אינעם טשעלסי געגנט, בלויז 3 בלאקס אוועק פון וואו די טראגעדיע מיט הנגבי האט פאסירט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל