אטלאנטא – ווי מיר האבן שוין באריכטעט נעכטן, האט דער אנליין קאמערץ-ריז "עמעזאן" אפגעקויפט די "האול פודס" געשעפטן נעץ, פאר נאנט צו פערצן ביליאן דאלער. א פרישע אנאליז פון "רויטערס" צייגט אז וואלמארט איז דאס מערסטע באזארגט איבער עמעזאן'ס שריט, וויבאלד עס האט די מעגליכקייט איר צו אפעקטירן גאר נעגאטיוו. דער אנאליז צייגט אן אויפ'ן פאקט אז פאראיאר האט וואלמארט פרובירט אריינצושפרינגען מער אין אנליין פארקויפונגען, אפקויפנדיג דאן די "דזשעט דאט קאם" פירמע פאר דריי ביליאן דאלער, און עמעזאן'ס יעצטיגער שריט, מיט'ן אפקויפן די פיזישע געשעפטן נעץ "האול פודס", ווערט באטראכט ווי א קאנטער אטאקע, ווען עמעזאן פרובירט אריינצושפרינגען אין וואלמארט'ס טעריטאריע פון פיזישע געשעפטן, נישט אנליין פארקויפונגען. עמעזאן'ס אפקויפן האול פודס האט די מעגליכקייט צו ברענגען א דראסטישן טויש אין דער אמעריקאנער גראסערי אינדוסטריע, וועלכע איז ווערד א געשאצטע 700 ביליאן דאלער יערליך.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל