רוים –דאס סאמע העכסטע געריכט אין איטאליע האט ארויסגעגעבן אן אורטייל וועלכע האט ארויסגערופן א געלעכטער אין דער אינטערנאציאנאלער מידיא. דער אורטייל איז געקומען אויף אן אנקלאגע וואס א באשעפעניש-רעכטן גרופע האט אריינגעגעבן קעגן א רעסטוראנטן נעץ אין לאנד, וואס דער אייגנטימער האלט געוויסע סארט פיש לעבעדיג פאר גאר לאנג, דורכ'ן עס שטעלן אין קאנעס אייז, און ערשט טויטן די פיש ממש געציילטע מינוטן בעפאר'ן סערווירן פאר די קונדן. קלאגט די גרופע, אז דאס האלטן די פיש לעבעדיג אין אייז, שאפט ערנסטע צער פאר די פיש, ווייל ס'מאכט זיי שטארק פארקילט און דאס ברענגט זיי אומבאקוועמליכקייט. דער ריכטער האט געאורטיילט אז די גרופע איז גערעכט, דער אייגינטימער טאר מער נישט האלטן זיינע פיש אין אייז פאר א לאנגע צייט און ער דארף זיכער מאכן אז די פיש ווערן נישט פארקילט...



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל