א קאר אטאקע האט פאסירט נעכטן נאכט אין די פיטנשבורי פארק געגענט אין לאנדאן - א געגנט וועלכע איז געדעכט באוואוינט מיט אימיגראנטן און מוסלעמנער - ווען א ווען איז אריינגעפארן ווילדערהייט אין א גרופע רעליגיעזע מוסלעמענער וועלכע האבן זיך אומגעקערט פון שפעט נאכטיגע געבעטן אין א ארטיגע מענטשעט, צען מענטשן זענען געשעדיגט געווארן אין די אטאקע, צווי פון זיי זענען אין א גאר קריטישע צושטאנד, די אטאקע איז פארגעקומען פארנט פון די פינטשוברי מעטשעט, איינע פון די גרעסטע אין בריטאניע. ביי די זעלבע סעצענע פון די אטאקע איז איינער אומגעקומען פון א הארץ אטאקע און עס איז נישט קלאר אויב עס איז געווען פארבינדען צו די אטאקע.

ארטיגע איינוואוינער האבן באוויזן צו אראפהאלטן דעם אטאקירער - דעראן אסבארן, א 48 יעריגער ווייסער פארשוין - ביז די פאליציי איז אנגעקומען און אים ארעסטירט, די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע האט אין איר רעדע פארדאמט די ״קראנקהאפטיגע טעראר אטאקע געצילט קעגן מוסלעמנער״ און אויסגעלויבט די ארטיגע איינוואוינער פאר זייער איינגעהאלטנקייט און בראווקייט מיט׳ן אראפהאלטן דעם אטאקירער ביז די פאליציי איז אנגעקומען.

די אטאקע קומט אין א צייט ווען בריטאניע האלט זיך נאך אינמיטן ערהוילן פון א סעריע טעראר אטאקעס וועלכע האבן איר לעצטנס באטראפן און די שוידערליכע טראגעדיע אין די גרענפעל טורעם פייער אין וועלכע די צאל אומגעקומענע שטייט שוין ביי 79. די אטאקע איז ווארשיינליך געקומען אלס נקמה פאר די לעצטיג אטאקעס.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל