די פענטאגאן האט נעכטן געמאלדן אז אן אמעריקאנער קאמפס דזשעט האט אראפגעשאסן א סיריער מיליטערישער פליגער אין דרום סיריע נעבן ראקא, נאכדעם וואס די סיריער מיליטער האט באבמאדירט די קרעפטן פון די אמעריקאנער געשטיצטע רעבעלן גרופע ״פרייע סיריער ארמיי״. דאס איז שוין די פערטע מאל דעם מאנאט וואס אמעריקאנער קרעפטן טוען אנגרייפן די סירישע ארמיי, און דאס ערשטע מאל וואס אמעריקע שיסט אראפ א פליגער. די סירישע מיליטער האט באשטעטיגט דעם באריכט און געזאגט אז דער פילאט איז אומגעקומען, זיי האבן געלייקנט אז די פליגער האט אטאקירט קאאליציע קרעפטן און געזאגט אז זי איז געווען אויף א מיסיע קעגן אייסיס מיליטאנטן.

אין ליכט פון די אינצידענט האט די רוסישע אויסערן מיניסטריום געמאלדן אז זיי וועלן פון היינט און ווייטער צילן אמעריקאנער פליגער, און אז יעדע פליגער וועלכע וועט פליען מזרח פונעם פרת טייך וועלכע איז קאנטראלירט דורך די סירישער רעגירונג וועט זיין אויסגעשטעלט צו ווערן אראפגעשאסן דורך רוסלאנד, און גלייכצייטיג פארלאנגט א פונטקליכע ערקלערונג פון אמעריקע פארוואס זי האט אראפגעשאסן דעם פליגער, און אויב נישט וועלן זיי אפהאקן אלע קאאפעראציעס צווישן די צוויי ארמייען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל