דער נארוואס ערוויילטער פראנצויזישער פרעזידענט עממאַנועל מאַקראָן האט געווינען נאך מעכטיגע זיג אין צוגאב צו זיין שטארקע זיג אין די פרעזידענטליכע וואלן, דאסמאל האט זיין ניי-געגרינדעטע פארטיי געבראכן היסטאריע און געווינען א מערהייט פון די זיצן אין פארליאמענט טראץ וואס זי איז א נייע פארטיי, זי האט באזיגט אלע אלט געזעסענע צענטראלע פארטייען און באוויזן צו באקומען אינעם צווייטן רונדע א באקוועמע מאיראריטעט פון 360 זיצן צווישן די 577 זיצן אינעם פארליאמענט, דאס געט פאר מאַקראָן אויסשליסליכע מאכט צו דורכפירן זיי אגענדע, און עס העכערט שטארק די ערווארטונגען פונעם יונגען פירער וועלכער איז געלאפן אויף א פלאטפארמע פון רעפארם און עקאנאמישע וואוקס.

די זיג איז די ענדע פון די טראדיציאנאלע קאנסערוואטיווע און סאציאלע פארטיי וועלכע זענען שוין צענדליגע יארן ביי די מאכט, אבער טראץ די שטארקע זיג איז אנגעצייכנט געווארן אז די טורנאוט פון די וויילער איז געווען גאר נידריג, ווייניגער ווי 50 פערצענט, וואס באדייט אז עס איז נישטא קיין שטארקע ענטוזיאזם ביים פאלק, און די זיג פון מאַקראָן איז ליבערשט א צייכן פון ייאוש פון די אלטע פאליטיק און נישט א שטארקע ענטוזיאזם פונעם ניי-ערוויילטן פרעזידענט, די פינאנציעלע מארקעטס האבן רעאגירט גאר פאזיטיוו צו די אנטוויקלונג, און פראנצויזישע באנדס שטייען גאר הויעך, מאַקראָן וועט אצינד דארפן איינפירן זיינע קאמפיין צוזאגן, וועלכע נעמען אריין נידערן ביזנעס שטייערן, העכערן די פענסיע עלטער, און נאך עקאנאמישע רעפארמען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל