א זעלבסמארד טעראריסט האט היינט אויפגעריסן קאר אין צענטער פון פאריז אויף די באקאנטע שאנז-אליזע גאס, און ברוך השם קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן אויסער דער טעראריסט, די אטאקע האט פאסירט היינט אינדערפרי ווען דער 31 יעריגער טעראריסט איז געקומען צו פארן מיט א ווילדקייט מיט זיין קאר און אריינגעקראכט אין א פאליציי אויטא און דאן אקטיוויקט די אויפרייס מאטריאל אין זיין קאר. די קאר האט אנגעהויבן ברענען און די פאליציי האט באוויזן צו ארויסבאקומען דעם טעראריסט פון זיין קאר אין וועלכע עס האט זיך געפונען א ביקס און אויפרייס מאטריאל וואס האט נישט אויפגעריסן, דער טעראריסט איז א פראנצויזישער בירגער און פאליציי האט באשטעטיגט אז ער פרובירט צו דורכפירן א טעראר אטאקע, די אטאקע איז פארגעקומען אויף די זעלבע פלאץ ווי מיט צוויי מאנאטן צוריק איז פארגעקומען א ענליכע אטאקע אין וועלכע איין פאליציאנט איז אומגעקומען און נאך צוויי זענען פארוואונדעט געווארן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל