א פרישע אנגעצויגנקייט האט זיך אנגעהויבן אינעם פערסישן גאלף נאכדעם וואס די סאודישע אויטאריטעט האבן ארעסטירט עטליכע איראנער בירגער וועלכע זענען געכאפט געווארן ביי די ברעגעס פון סאודי אראביע, די סאודישע אויטאריטעטן טוען זיי באשולדיגן אין טעראר זאגנדיג אז זיי זענען געכאפט געווארן מיט וואפן און זאגן אז זיי זענען בלויז איין פון א גרופע פון דריי שיפן פון די איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע וועלכע האבן זיך דערנענטערט צו די האפן פונעם קענגירייך מיט די ציל צו דורכפירן אן אטאקע.

די איראנער רעגירונג לייקנט די ווערסיע פון די סאודיער און זאגן אז עס האנדלט זיך פון אומשודליגע פישערמאן וועלכע האבן פארבלאנדשעט און אריינגעוואנדערט אין סאודישע טעראטאריע, און טוען שארף פארלאנגען זייער באלדיגע באפרייאונג, איראן זאגט אויך אז סאודישע פאליציי האט געשאסן אויף די אנדערע צוויי פישער שיפלעך און ערמארדעט איין פישכאפער, און די זעלבע צייט זאגט סאודי אראביע אז די אנדערע צוויי שיפלעך זענען אויך געווען פון די רעוואלוציאנערע גווארדיע און געפלאנט אן אטאקע, די אינצידענט איז ערווארטעט צו נאכמער אנהייצן די געמיטער אין די געגענט.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל