דאס ווייסע הויז האט היינט אראפגעשיקט צוויי פארשטייער צום מיטל מזרח צו פאראויסשטופן די באמיאונגען פונעם פרעזידענט צו שטופן פאראויס די אגענדע פונעם פרעזידענט צו פאראויסברענגען א שלום פלאן אינעם מיטל מזרח צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער, נאכדעם וואס עס קומען פאר אונטער די קוליסן באמיאונגען זינט דער פרעזידענט האט באזוכט אין מדינת ישראל, היינט האט געלאנדעט אין מדינת ישראל דער ארטאדאקסישער ראטגעבער דשעיסאן גרינבלאט דער ספעציעלע שליח פונעם פרעזידענט צום מיטל מזרח, און מארגן וועט אנקומען דער הויפט ראטגעבער דשערעד קושנער, די צוויי וועלן אפהאלטן א מאראטאן פון געשפרעכן אין ירושלים און ראמאלא מיט די פירער פון מדינת ישראל און די פאלעסטינער, אין די לעצטע טעג האט שוין מדינת ישראל געמאלדן פארשידענע פארלייכטערונגען פאר די פאלעסטינער און מען הערט איבער נאנטערע באציאונגען צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל