די לעצטער ריס צווישן קאטאר און די אראבישע לענדער ווערט אויסגענוצט דורך צוויי לענדער וועלכע זוכן צו דאמינירן די געגנט, און ביידע זוכן צו אנקניפן נענטערע באציאונגען מיט קאטאר און איר נעמען אונטער איר פליגלען, פון איין זייט שטייט איראן און פון די אנדערע זייט טערקיי, ביידע לענדער האבן געשיקט גרויסע קוואנטום׳ס פון עסן און וויכטיגע פראדוקטן פאר קאטאר און טוען אנווארימען די דיפלאמאטישע באציאונגען, נעכטן האט טערקיי גענומען איר שטיצע פאר קאטאר א שריט ווייטער און אפגעהאלטן געמיינזאמע מיליטערישע איבוגנען אויף די באדן פון קאטאר.

אין די זעלבע צייט האט קאטאר פארשטייפערט איר שטעלונג, זעענדיג אז זי קען איבערלעבן די שווערע סאנקציעס האט זי געזאגט אז זי וועט נישט פארהאנדלן מיט אירע אראבישע שכנים ביז זי נעמט נישט אראפ די בלאקאדע וועלכע זי האט ארויפגעלייגט פון די לופט און פון ים, אבער די אראבישע עמיראטן האט געמאלדן אין רעאקציע אז די סאנקציעס און בלאקאדע קענען אנהאלטן פאר יארן אויב קאטאר וועט נישט אננעמען די פארלאנגען פון די אראבישע לענדער וואס זיי וועלן פארעפנטליכן אין די קומענדיגע טעג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל