ראקא – אן אמעריקאנער פליגער האט אראפגעשאסן א סירישן מיליטערישן פליגער אין דרום ראקא, וואס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס אמעריקע האט אראפגעשאסן א סירישן פליגער זינט'ן אנהייב פונעם יעצטיגן קאנפליקט. אין א סטעיטמענט האט דער פענטאגאן געזאגט אז דער סירישער מיליטערישער פליגער האט דורכגעפירט עטליכע באמבארדירונגען אויף רעבעלן וועלכע האבן די שטיצע און שוץ פון דעם אמעריקאנער מיליטער, אבער דער סירישער רעזשים פון באשאר אסאד לייקנט דעם פענטאגאן סטעיטמענט, און זאגט אז דער סירישער פליגער האט געהאלטן אינמיטן באמבארדירן אייסיס פאזיציעס ווען אמעריקע האט עס אראפגעשאסן. די סירישע רעגירונג זאגט אז דער שריט פון דעם אמעריקאנער מיליטער צייגט אז אמעריקע וויל שטערן די סירישע רעגירונג פון באקעמפן טעראר גרופעס, אבער דער סירישער רעזשים האט דערווייל נישט געסטראשעט מיט נקמה קעגן אמעריקע, נאר בלויז פארדאמט די אראפשיסונג.

אביסל מער פרטים איבער דעם פאסירונג 


אום 4:30 לאקאלע צייט האבן סירישע קרעפטן אטאקירט אמעריקאנע געשטיצטע רעבעלן וועלכע מארשירן אויפן וועג צום לאנג ערווארטעטע שלאכט איבער ראקא

די רעבעלן האבן איינגענומען א שטעטל "דשאדין" - וועלכע איז נישט צו ווייט פון ראקע - ווען מיטאמאל האבן סירישע קרעפטן (איך בין נישט קלאר אויב ס'געוועהן עיר אדער גראָונד פארסעס) אטאקירט די רעבעלן און זיי ארויסגעצווינגען פון שטאט

די יו. עס. עיר-פארס האט ארויסגעשיקט פליגער וועלכע זענען געפלויגן נידריג און ווילד ווי צו ווייזן מאכט, און די סירישע האבן טאקע באקומען דעם מעסעדש און זיך אפגעטראגן

גלייך האבן די קאליציע אנפירער אנגעקלינגען די ספעציעלע האטליין וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן צווישן רוסלאנד און אמעריקע צו פארמיידן אזאלכע צוזאמשטויסן און געפריווט צו בארואיגן די מצב

אום 6:43 האט אבער א סירישע פליגער ארונטער געלאזט עטליכע באמבעס נעבן די אמעריקאנער געשטיצטע כוחות און א יו. עס. עף 18 איז ארויסגעפלויגן פון א דערנעבענדיגע עירקרעפט קעריער און געטראפן דעם פליגער און עס זאפארט אראפגעשאסן

די שיקזאל פונעם פילאט איז נישט באקאנט

די קאליציע האט ארויסגעשיקט א סטעיטמענט אז זיי זענען נישט פאראינטערעסירט זיך צו שלאגן מיט אסאד אדער מיט רוסלאנד, אבער אין דעם פאל זענען זיי געוועהן געצווינגען צו נעמען שריט - אין סעלף דיפענס -צוליב וואס די פליגער האט נאך געהאט באמבעס און זיי האבן זיך געשפירט דירעקט באדראעט



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל