פוילן – נאטא זעלנער פון אמעריקע און ענגלאנד האבן דורכגעפירט די סאמע ערשטע און היסטארישע מיליטערישע איבונגען ביים גרעניץ ראיאן צווישן פוילן און ליטע, צוגרייטנדיג זיך וויאזוי צו רעאגירן אין פאל רוסלאנד וועט פרובירן צו פארכאפן די באלטישע לענדער און זיי אפרייסן פון די איבריגע מערב אייראפע. דער גרעניץ ראיאן צווישן פוילן און ליטע לויפט פאר 65 מייל, וואס אויב רוסלאנד וועט פארכאפן יענעם ראיאן, וועט עס אפרייסן עסטאניע, לאטוויע און ליטע פון דעם איבריגן טייל אייראפע, און די איבונגען האבן געצילט צוצוגרייטן א רעאקציע דורכ'ן פארטיידיגן שוואכע גרעניץ-פונקטן מיט צילשיסער, טאנקען און אנדערע מיליטערישע טאקטיקן און געצייגן. רוסלאנד לייקנט שטיין און ביין, און זאגט אז זי האט נישט קיין שום פלענער צו אינוואדירן די באלטישע לענדער, אבער גענעראל בען האדזשעס, אן אמעריקאנער נאטא קאמאנדיר, זאגט אז מ'דארף פארט זיין גרייט, וויבאלד מ'האט געזען וואס רוסלאנד האט געטאן אין קרים, אוקראינע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל