טעהראן – נעכטן האט די איראנער רעגירונג געזאגט, אז איר מיליטער האט דורכגעפירט א באמבארדירונג אויף אייסיס טעראריסטן אין סיריע, וואס איז געקומען אלס נקמה פאר דער טעראר אטאקע פון העכער א וואך צוריק אין טעהראן. עס איז דאס ערשטע מאל וואס מען הערט אז איראן האט געצילט אייסיס טעראריסטן אין א באמבארדירונג, וואס באדייט אז אומאפיציעל האט זיך איראן אנגעשלאסן אין דער אינטערנאציאנאלער קאאליציע וועלכע קעמפט קעגן אייסיס.
די איראנער באמבארדירונג אויפ'ן דיאר אל זאור ראיאן אין מזרח סיריע, איז געווען אין רעאקציע צו דער זעלטענע טעראר אטאקע וואס טעראריסטן האבן דורכגעפירט מיט איינס און א האלב וואך צוריק, איבערפאלנדיג די פארלאמענט געביידע און אן איאטאלא כומעיני געדענקמאל אין טעהראן, פון וועלכע אכצן זענען אומגעקומען. די יעצטיגע באמבארדירונג איז אבער נישט דאס ערשטע מאל וואס איראן'ס מיליטער מאנעוורירט אין סיריע, האבנדיג דארטן אן אנוועזנהייט אלס שטיצער פון דעם אסאד רעזשים.

הוסף רשומת תגובה