קעטסקילס – אין בעפארברייטונג צו די זומער וואכן, וועט היינט פארנאכטס פארקומען א קריטישע זיצונג אינעם טאון אוו פאלסבורג, וואו די ארטיגע באאמטע וועלן באשליסן איבער מאסיווע זאונינג טוישונגען, וועלכע וועלן מעגליך שטארק איינצוימען דעם עקזיסטענץ און אויסברייטערונג פון אידישע קעמפס און קאנטריס אינעם טאון. עסקנים ברענגען ארויס, אז דעריבער איז זייער וויכטיג אז אידן וועלכע פארמאגן הייזער אין די קעטסקילס, און אזעלכע וואס דינען אלס דירעקטארס און מענעדזשערס פון קעמפס און קאנטריס, און בויערס און דעוועלאפערס, זאלן אלע אנטיילנעמען ביי דער זיצונג און לאזן הערן זייער מיינונג און ביטע אז די זאונינג צוימונגען זאלן נישט באשטעטיגט ווערן. ס'וועט פארקומען היינט אום 5:50 פארנאכטס אינעם "פאלסבורג דזשוניער-סיניער היי סקול" אויף בריקמאן ראוד.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל