לאנדאן. - אן 48 יעריגע גוי האט אטאקירט א גרופע מוסלעמענער אינדרויסן פון זייער געבעט הויז מיט א מיניווען.

געווען איז עס 12 אזייגער ביינאכט אין לאנדאן, נאך וואס הונדערטע מוסלעמענער האבן געענדיגט זייערע פרעפלערייען אין זייער מעטשעט וואס איז 2 מינוט אוועק פון די אידישע געגנט. ווען א פארשוין איז געקומען צופארן מיט א געדינגענע מיניווען אריינפארנדיג מיט א שנעלקייט אין די קערפער פון צענדליגע מוסלעמענער.

צוקוקער האבן דערציילט אז מען האט געזען אז ער טוט דאס דוקא, און פארט אריין און די מענטשן מיטן ציל, אפילו ער האט פלאץ צו פארן אינמיטן די גאס.

די גאס וואס איז גרויס און ברייט גאס הייסט ״סעווען סיסטערס״ נעבן ״פינסבערי פארק״ עס האבן זיך שוין דארט לעצטנס דארט ארויס געצויגן אידן און דאס איז די גרויסע גאס וואס באהעפט די שאסיי צוצוקימען צום אידישע געגנט.

ווי נאר עס איז אריין געקומען די רוף צו די פאליציי זענען זיי ערשינען מיט הייסע געווער אויפן סצענע, דער טעראריסט איז שוין געווען אראפגעהאלטן דורך פארבייגייער, ווייל ווען די מיניווען האט אריין געהאקט אין מענטשן האט זיך דאס אויך אריין געהאקט אין א קאר, וואס האט אנגעהאלטן די ווען אז עס זאל נישט קענען ווייטער פארן, און ווען דער טעראריסט איז ארויס געשפרינגען פונעם קאר און געוואלט אוועקלויפן, האבן אים אבער צוקוקער שנעל אראפגעהאלטן.

דער טעראריסט האט געשריגן ״א שאד אז עס איז נישט געלונגען אויס צו הארגענען אלע מוסלעמענער״ די פאליציי האבן אים באלד ארעסטירט.

עס זענען זיך צוזאמען געקומען אסאך מוסלעמענער וואס האבן געפרעפלט דארט אויפן פלאץ און אויסגעדרוקט פרייד עז עס זענען נישט געהארגעט געווארן קיין סאך מענטשן ווייל אזא אטאקע וואלט זיך געקענט ענדיגן אסאך ערגער!

דערווייל געבן די פאליציי איבער אז עס איז נאר געשטארבן איין מענטש און 8 מענטשן זענען  פארוואונדעט געווארן.

די שומרים ארגענעזאציע מיטגלידער זענען שנעל אנגעקומען אויפן פלאץ ארויס צו העלפן מיט וואס מען קען נאר, און דער פרעזידענט פון שומרים האט גערעדט צו די פרעסע, זאגנדיג: ״מיר שטייען באחדות, און עס טוט אונז זייער וויי געטוהן צו הערן אזעלכע שרעקליכע פאסירונגען, מיר טוען דאס פארדאמען מיטן שטערקסן אופן״.



ווידיא: דער שומרים פרעזידענט צוזאמען מיטן פריימיניסטער מעי און נאך פארשידענע פירער און די ״פינסבערי מאסק״

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל