כאָטש 10 מענטשן זענען איבערגעפאָרן געוואָרן לעבן פינסבורי פּאַרק (Finsbury Park) אין לאָנדאָן. העליקאָפּטערס און פּאָליציי קאַרס אומעטום.

לעבעדיגע דעקונג

די בלאַט איז געווען א לעבעדיקע דעקונג (לייוו קאָווערעדזש) פון אַ אָנגייענדע געשעעניש. די סצענע האָט זיך שוין מער-ווייניגער סטאַביליזירט, און די בלאַט וועט מער נישט באַקומען קיין פרישע סחורה.

באריכטן ביי די מינוט

די אינצידענט האט פאסירט אויף סעווען סיסטערס (Seven Sisters Road; זיבן שוועסטערס גאס) ראוד.

8:31pm ניו יארק צייט: ערשטע באריכטן פון די סצענע

עדות פארציילט אַז מוסעלמענער זענען געצילט געוואָרן ווי נאָר האבן זיי זיך אומגעקערט פון זייערע פּרעפּלען אום ראַמאַדאַן, ביי אַ דערנעבענדע מאַסק (תּיפלה) אין פינסבורי פּאַרק.

8:43pm ניו יארק צייט: דרייווער אַרעסטירט

כאָטש 3 טויט און מערערע פארוואונדעטע נאָך וואָס אויטאָ זעצט ווידער אריין אין א גרופּע פיסגייערס אין פינסבורי פּאַרק, דריווער אַרעסטירט.

8:50pm ניו יארק צייט: פולע באריכט

פּאָליציי אָפיצירן זענען גערופן געוואָרן צו דעם סצענע אויף זעווען סיסטערס ראוד גלייך נאָך 12:20, לאָקאַלע בריטישע צייט.

לאָנדאָן אַמבולאַנס האָט זיך אויך געיאָגט צו די סצענע און עטליכע קרבנות זענען באהאַנדלט געוואָרן.

איין מענטש איז שוין אַרעסטירט אין פאַרבינדונג מיט די אינצידענט.

עדות האָבן געזאגט אַז דער אויטאָ איז אַראָפּגעפאָרן פון די וועג, אַריין אין די מענטשן אינררויסן פון די פינסבורי פּאַרק מאַסק, אָבער עס איז געווען אומקלאָר צי די צונויפשטויס איז געווען פאַר דווקא.

פּאָליציי האָבן אויך נישט באשטעטיגט צי מוסלמענער פארלאזענדיג די מאַסק נאָכן פּרעפּלען אום ראַמאַדאַן זענען געווען פון די געשעדיגטע.

טייל פון זיבן סיסטערס גאַס איז פאַרמאַכט געוואָרן ווילאַנג די סיטואַציע האלט אָן.

די אינצידענט קומט וואָכן נאָך דריי אייסיס מטורפים האָבן אַריינגעפירט אַ ווען אין פיסגייערס אויפן לאָנדאָן בריק איידער אַריינשמייסענדיג די באָראָ מאַרקעט מיט מעסערס, דערמאָרדענדיג אַכט מענטשן, איידער די טעראָריסטן זענען דערשאָסן געוואָרן טויט דורך די פּאָליציי.

עס איז נישט קלאָר אויב דער אינצידענט אין פינסבורי פּאַרק' איז געווען טעראָר-פאַרבונדען.













קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל