די הויפטן פון די שפיאנאזש אגענטור אין שוועדן האט ארויסגעגעבן א באריכט וואס פארבט א טונקעלע בילד איבער די קאמפ קעגן טעראר אין לאנד, לויט די באריכט זענען אין די גרעניצן פון שוועדן פארהאן אמווייניגסטנס 2,000 ראדיקאלע מוסלעמענער וועלכע זענען גרייט צו דורכפירן טעראר מיסיעס, אריינגערעכנט ארום 140 וועלכע זענען טרענירט געווארן דורך אייסיס אין די שלאכטפעלד אין סיריע, זיי זענען א טייל פון די 300 שוועדישע בירגער וועלכע זענען געפארן זיך אנשליסן אין אייסיס, ארום 50 פון זיי זענען אומגעקומען און ארום 140 האבן זיך אומגעקערט.

א ענליכע באריכט אין 2010 האט געשטעלט די צאל ראדיקאלן אין שוועדן ביי קנאפע 200, וואס באדייט אז עס האנדלט זיך פון א צענפאכיגע אויפשטייג אין טעראר, דער שפיאנאזש הויפט האט אנגעלייגט די שולד אויף די געלונגענע פראפאגאנדע אפאראטוס פון אייסיס וועלכע שווענקט די מוחות פון יונגע מוסלעמענער, און האט גערופן די רעגירונג צו טוהן מער מיט נאכגיין און אויסראטן די עקסטרעמיסטן וועלכע פרעדיגן און פארשפרייטן דשיהאד. די באריכט קומט נאכדעם וואס שוועדן האט געזען א טעראר אטאקע פאריגן אפריל ווען א מוסלעמענער טעראריסט האט גענוצט א טראק צו אריינפארן אין פוסגייער און אומגעברענגט 5 און פארוואונדעט נאך פילע.

בילד: איבער 2,000 דזשיהאַדיסטן וואוינען אין שוועדן


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
מקור: די דעילי סטאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל