דער פראנצויזשער פרעזידענט עמנואל מאקראן, וועלכער איז ערוועלט געווארן מיט א מאסיווע מאנדאט, און אויך געווינען א שטוידעננדע מערהייט אין פארליאמענט האט געמאלדן אז ער וועט דורכפירן ווייטגרייכנדע רעפארמען, אפילו אזעלכע איבער וועלכע ער האט נישט גערעדט איבער זיי דורכאויס זיין קאמפיין, צווישן אנדערע וויל ער שניידן די צאל פארליאמענט מיטגלידער מיט א דריטל, זאגנדיג אז דאס וועט העלפן די רעגירונג זאל זיין מער קאמפאטענט. און דאס וועט שטעלן פראנקרייך אויף א נייע וועג.

״אין די פארגאנגענהייט האט די רעגירונג קאנצעטרירט אויף פראצעדורן מער ווי איבער רעזולטאטן, רעגולאציעס מער ווי ערפינדונגען, און געפלינדערט שטייער געלט אויפ׳ן חשבון פון פאמיליעס״ האט מאקראן געזאגט ביי זיין רעדע, לויט זיין פארשלאג וועט די צאל פארליאמענט מיטגלידער רעדוצירט ווערן פון 577 צו 385, וואס וועט שפארן געלט פאר שטייער צאלער, און וועט אויך פארשנעלערן פראצעדורן פון אריבערפירן געזעצן און דאס גלייכן.

ער האט אין די רעדע - געגעבן געווארן פאר די נאציאנאלע אסעמבלי אין די ווארסאי פאלאץ - אויך קריטיקירט די אייראפעישע פאראיין זאגנדיג אז אין די לעצטע 10 יאר האט זי פארלוירן איר וועג צוליב איבערגעטריבענע ביוראקראטיע און רעגולאציע, ער האט גערופן פאר איר צו ווערן מער עפעקטיוו און אינאוואטיוו, ער האט אויך געזאגט אז יעדע טויש אין די רעגירונג סטרוקטור וועט געשטעלט ווערן פאר א רעפערענדום.

בילד: עמנואל מאקראן זוכט צו איינפירן דראמאטישע טויש אין פראנצויזישע רעגירונג סטרוקטור



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל