צען מענטשן זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין באסטאן נאכדעם וואס א טעקסי איז ווילדערהייט אריינגעפארן אין מאסן פוסגייער און זיי אראפגעקלאפט, אין די ערשטע מינוטן האט די אינצידענט געשאפן א פאניק אז עס האנדלט זיך פון א טעראר אטאקע אבער די מאסעטשוסעס פאליציי האט געמאלדן אז די אינצידענט ווערט דערווייל באהאנדלט ווי א עקסידענט און נישט ווי א טעראר אטאקע, דער דרייווער וועלכער קאאפערירט מיט די אויספארשער זאגט אז עס האט פאסירט צוליב דעם וואס ער האט זיך צומישט און געדרוקט מיט די פוס אויף די גאז פעדעל אנשטאט דעם ברעיק, די אינצידענט האט פאסירט אין א פארנומענע געגענט נאנט צו די אינטערנאציאנאלע לופטפעלד לאגען, די פאליציי האט דערווייל נישט ארויסגעגעבן די אידענטיטעט פונעם 56 יעריגער דרייווער.

בילד: טעקסי דרייווער פארט אריין ווילדערהייט אין פוסגייער אין באסטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל