די ענגלישע קעניגן און די רעגירונג האבן שוין באלד נאך זיין איינשווערונג געלאדענט פרעזידענט טראמפ פאר א אפיציעלע באזוך אין ענגלאנד, אבער דערווייל האט פרעזידענט טראמפ נישט באשטימט קיין דאטום, און לויט באריכטן איז דאס צוליב זארג פאר פראטעסטן דורכאויס דעם באזוך, אבער ווי עס שיינט פלאנט דער פרעזידענט אנשטאט דעם צו אפשטאטן א שטילע און שנעלע באזוך. לויט קוועלער אינעם ווייסן הויז קלערט דער פרעזידענט אין לויף פון זיין קומענדיגע באזוך אין אויסלאנד - אין וועלכע ער וועט באזוכן דיישטלאנד פאר די דשי 20 סאמיט און אויך פראנקרייך פאר די באסטיל פייערונג - צו באזוכן זיין גאלף רעזארט אין סקאטלאנד, און פון דארט פליען קיין לאנדאן פאר א קורצע באגעגעניש מיט׳ן פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי, די אפיציעלע באזוך וועט ווי עס קוקט אויס אפעהאלטן ווערן הערשט ענדע זומער, אזוי אויך פלאנט דער פרעזידענט צו אפשטאטן א קורצע באזוך אין פוילן, דאס ווייסע הויז האט דערווייל נישט באשטעטיגט דעם באריכט, און באריכטן זאגן אז עס וועט נישט זיין קיין אפיציעלע מעלדונג דערוועגן ביז 24 שעה פאר די באזוך. אבער אין ענגלאנד גרייטן זיך שוין פראטעסטירער צו זיין ארגאניזירט און אויסנוצן די באזוך צו פראטעסטירן קעגן דעם פרעזידענט.

בילד: טראמפ באטראכט בליץ באזוך קיין לאנדאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל