די ״סאציאלע פאראיין״ פארטיי פון די דויטשע קאנצלערין אנגעלע מערקעל וועלכע לויפט פאר ווידערערוויילונג האט אין די טעג ארויסגעלייגט איר מאניפעסט וועלכע איז א פלאטפארמע אין וואס עס ווערט אויסגערעכנט די פריאריטעטן פון די פארטיי און אירע פאליסיס אויף אינערן און אויסערן פאליטיק, צווישן אנדערע איבער די באציאונגען צווישן אמעריקע און דייטשלאנד, אבער א שארף אויג האט געקענט באמערקן אז עס איז אנטשטאנען א טויש אין די טערמינאלאגיע פון די פריערדיגע צוויי וואל קאמפיינען און די יעצטיגע, נעמליך אז אין די פאריגע מאל איז אמעריקע באצייכנט געווארן אלס ״די נאנטסטע פריינט צו דייטשלאנד אינדרויסן פונעם אייראפעישען פאראיין״ אבער דאסמאל איז דאס געטוישט געווארן צו ״די וויכטיגסטע פארטנער פון דייטשלאנד אינדרויסן פונעם אייראפעישן פאראיין״

דער אפיציעלער ווארטזאגער פון די קאמפיין האט זיך אנטזאגט צו קאמענטירן אויף דעם, אבער דאס איז פארשטענדליך נאכדעם וואס די קאנצלערין האט געהאט עטליכע עפנטליכע געפעכטן מיט פרעזידעט טראמפ אריינגערעכנט ביי איר באזוך אין ווייסן הויז ווען דער פרעזידענט האט איר באוואשן צוליב אנגעבליכע חובות וואס איר לאנד איז שולדיג פאר נאט״א, און אזוי אויך האט זי עפנטליך קריטיקירט דעם פרעזידענט צוליב זיינע שטעלונגען איבער קלימאט טויש.

בילד: אנגעלע מערקעל׳ס פארטיי באצייכנט מער נישט אמעריקע אלס ׳פריינט׳



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל