אומבאקאנטע וואנדאלן האבן פארשוועכט א מאנומענט פאר די אומגעקומענע ביי די האלאקאוסט, און האבן איבערגעדעקט דעם מאנומענט מיט א ליילעך וועלכע האט אויף זיך געהאט אנטיסעמיטישע אוישפריפטן, אין די זעלבע צייט איז אויך געווארן אויסעשפרייט אין די געגענט גאר העסליכע פאמפלעטן וועלכע האבן אויסגענוצט די לעצטערע ארעסטן אין לעיקוואוד צו פארשפרייטן גיפטיגע אנטיסעמיטיזם, אויף די פאמפלעטן זענען געווען בילדער פון די אידן וועלכע זענען ארעסטירט געווארן צוליב אנגעבליכע וועלפעיר שווינדלעריי, און העכער זיי א אויפשריפט ״זייט געווארט אידישע גנבים געפונען זיך אין די געגענט״ עס איז נישט קלאר אויב די צוויי אינצידענטן זענען פארבינדן, די אנטי דעפעמעישן ליגע האט ארויסגעגעבן א שארפע סטעיטמענט און אנגעוויזן אז אין די לעצטע טעג - זינט די ארעסטן - האבן זיך די אנטי-סעמיטן אין ניו דשערזי געהויבן די קעפ, און גערופן צו די לאקאלע רעגירונג באאמטע צו לייגן א ענדע דערצו און פארדאמען די העסליכע אינצידענטן.

בילד: אידן אין לעיקוואד אלאמירט איבער אויפשטייג אין אנטיסעמיטישע אינצידענטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל