פראנקרייך – אויטאריטעטן אין פראנקרייך האבן סוקסעספול אויפגעדעקט און אפגעשטעלט אן אטענטאט פלאן אויפ'ן פראנצויזישן פרעזידענט, עמאניועל מאקרון, נאכדעם וואס פאליציי אין פאריז האבן ארעסטירט א 23 יעריגן פארשוין וועלכער האט פרובירט איינצוקויפן א קאלאשניקאוו רעוואלווער, מיט וועלכע ער האט געפלאנט צו דערשיסן צום טויט פרעזידענט מאקרון ביים "באסטיעל טאג" מארש אום יולי 14, ביי וועלכע מאקרון וועט ערשיינען אינאיינעם מיט'ן אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ. די אידענטיטעט פונעם ארעסטירטן פארשוין איז נישט ארויסגעגעבן געווארן, אבער פאליצייאישע קוועלער האבן געזאגט אז יענער איז אן עקסטרעם-רעכטער טעראריסט און האט געזאגט פאר די פאליציי אז ער וויל אויך דערמארדן שווארצע, אראבער און אידן ה"י. דער פארשוין האט געהאלטן ממש אין די ערשטע פאזעס פון זיינע פלענער און האט געארבעט אויף דער אייגענער האנט.

בילד: אטענטאט פלאן קעגן מאקרון אויפגעדעקט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל