וואשינגטאן – ווייסע הויז באאמטע האבן נעכטן ארויסגעשטעלט א פלאן וויאזוי פרעזידענט טראמפ וועט פארשלאגן פאר באלטישע אייראפעאישע לענדער, אז זיי זאלן אנהייבן קויפן נאטורליכע גאז פון אמעריקאנער פירמעס. דער פלאן, וועלכע איז שטארק באגריסט געווארן דורך אייראפעאישע באאמטע, וועט אויפטאן אויף עטליכע פראנטן ווי פאלגנד: אין אייראפע זענען דא פילע לענדער וועלכע זענען שטארק אנגעוויזן אויף רוסלאנד'ס נאטורליכע גאז, און רוסלאנד האלט זיי דעריבער פאר'משכונ'ט מיט פארשידענע זאכן, סטראשענדיג, אז אויב שטעלן זיי זיך נישט צו, וועלן זיי אפהאקן די גאז סופלייען. טראמפ'ס פארשלאג אז די אייראפעאישע לענדער זאלן אנהייבן קויפן אמעריקאנער נאטורליכע גאז, וואס פראדוקציע שטייגט לעצטנס גאר שטארק, וועט סיי ארויסהעלפן די אייראפעאישע לענדער מער נישט צו זיין אונטער רוסלאנד'ס נעגל, און אין דער זעלבער צייט וועט עס שיקן א שארפן מעסעדזש פאר פוטין, אז אמעריקע וועט זיך נישט לאזן טרעטן, און דריטנס וועט עס ארויסהעלפן אמעריקאנער פירמעס אויסברייטערן פארדינסטן פון עקספארטן.
הוסף רשומת תגובה